Se alla

די ליבעראַלן – פֿאַר פֿרײַהײט, שולן און אינטעגראַציע.

ליבעראַליזם הײסט פֿרײַהײט. עס האַנדלט זיך װעגן פֿרײַהײט צו לעבן אײַער לעבן אַזױ װי איר װילט. איר זאָלט נישט זײַן באַגרענעצט פֿון אײַער מין, אײַער אָפּשטאַם אָדער אײַער געשלעכטלעכער אָריענטאַציע. עס האַנדלט זיך װעגן אַלץ פֿון קערפּערלעכע שלמות און זיכערקײט ביז שנײַדן שטײַערן כדי איר זאָלט האָבן מער פֿרײַהײט צו טאָן װאָס איר װילט מיט אײַער אײגענעם געלט. מיר װעלן תמיד פֿאַרטײדיקן פֿרײַהײט און פֿרײַהײט פֿון אױסדרוק, דאָס רעכט צו אַ גוטער בילדונג און די הערשאַפֿט פֿון געזעץ װאָס גאַראַנטירט זיכערקײט אין דער געזעלשאַפֿט. דאָס איז פֿרײַהײט, דאָס איז די ליבעראַלן.

”פֿונװאַנען איר קומט אָדער װאו איר װאױנט זאָל נישט באַשטימען װי גוט אײַער שול איז, צי איר פֿילט זיך פֿאַרזיכערט אין אײַער טאָג־טעגליכן לעבן אָדער צי איר קענט קריגן אַרבעט. יעדער אײנער דאַרף האָבן די מעגלעכקײט צו מאַכן באַשלוסן װעגן זײַן אײגענעם לעבן און קענען אַרבעטן שװער כדי צו פֿאַרװירקלעכן די טרױמען זײַנע.”

אַ ליבעראַלע קאָנסערװאַטיװע רעגירונג

במשך אַכט יאָר איז די סאָציאַל־דעמאָקראַטישע רעגירונג נישט מצליח געװען מיט שולן און אינטעגראַציע. שװעדן דאַרף אַ קאָנסערװאַטיװע רעגירונג מיט אַ שטאַרקער ליבעראַלער פּאַרטײ װאָס האָט די באַשלוסן צו פּראָבלעמען אין שולן און כדי צו מאַכן אַ סוף צו אױסשליסונג. די לינעראַלן װילן שאַפֿן אַ רעגירונג מיט דער מעסיקער פּאַרטײ און די קריסטלעכע דעמאָקטראַטן. מיר זענען גרײט צו רעדן מיט אַלע פּאַרטײען אין דעם ריקסדאַג כדי אײַנצופֿלאַנצן אונדזערע פּאָליטיקן.

בילדונג און אינטעגראַציע

בילדונג איז אַ פֿראַגע פֿון פֿרײַהײט. דער עתיד װאָס דערװאַרט שװעדן מאָרגן זיצט הײַנט אין די קלאַסצימערן. דערפֿאַר טאַקע שטעלן ד ליבעראַלן שולן אױפֿן ערשטן אָרט. די לעבראַלן זענען אױך שװענדס אינטעגראַציע־פּאַרטײ. די סאָציאַל־דעמאָקראַטישע אינטעגראַציע־פּאָליטיק איז גורם געװען אַז האַלב מיליאָן מענטשן װאױנען יעצט אין פֿאַראָרעמטע געגנטן װאו עס זענען דאָ װײניגער לעבנסמעגלעכקײטן. מיר האָבן אַ פּלאַן צו פֿאַרזיכערן אַז שװעדן זאָל נישט האָבן קײן פֿאַראָרעמטע געגנטן. כדי עס זאָל מקוים װערן, דאַרף מען לײגן אַ גרעסערן דגש אױף װיסן אין די שולן, אָרדענונג און דיסציפּלין אין די לימודים, שפּראַך־קורסן פֿאַר נײַ־אָנגעקומע, נידעריקערע שטײַערן פֿאַר אַרבעטנדיקע מענטשן, מער אַרבעטפּלעצער און אַ נײַער רעגירונג נאָך די װאַלן דעם האַרבסט.

יוהאַן פּעהרסאָן

דער נאָמען פֿון דעם פֿירער פֿון די ליבעראַלן איז יוהאַן פּעהרסאָן און ער קומט פֿון Örebro. יוהאַן איז 54 יאָר אַלט, אַ טאַטע פֿון 4 קינדער, אַ געשעפֿטסמאַן און אַ יוריסט. יוהאַן איז אַ פּאָליטיקאַנט װײַל ער האָט ליב שװעדן און גלױבט אין ענדערונג.

בילדונג־פּאָליטיק מיט הױכע אַמביציעס

די ליבעראַלן איז די פּאַרטײ װאָס שטעלט שולן אױפֿן ערשטן אָרט. עס מוז זײַן אָרדענונג און דיסציפּלין אין אַלע קלאַסצימערן. אַלע תלמידים דאַרפֿן האָבן ריכטיקע לערנביכער אין אַלע לימודים. עס איז װיכטיק אַז עלטערן און תלמידים זאָלן קענען אַלײן אױסװעלן שולן. עס דאַרפֿן זײַן אין שװעדן אומאָפּהענגיקע שולן, אָבער די קװאַליטעט פֿון לערנען איז װיכטיקער פֿון װיפֿל עס זענען װערט די אַקציעס אין די פֿירמעס װאָס פֿירן אָן מיט זײ.

אַ שול מיטן פֿאָקוס אױף װיסן

לערן־רעזולטאַטן אין דער שול דאַרפֿן אױפֿגעהױבן װערן. תלמידים װאָס נױטיקן זיך אין הילף דאַרפֿן זי פֿרי באַקומען און פֿאָדערונגען פֿון צײכנס דאַרפֿן זײַן קלאָר. די תלמידים פֿאַר װעלכע לערנען איז גרינג דאַרפֿן געמוטיקט װערן זיך צו לערנען מער. אונדזער צװעק איז אַז שװעדישע שולן זאָלן זײַן צװישן די אַבסאָלוט בעסטע אין דער װעלט.

מער צײט אין קלאַסצימער

מיר דאַרפֿן מער לימודים װאָס װערן געפֿירט פֿון לערערס און מער לערן־שעות. תלמידים פֿאַר װעלכע לערנען איז שװער דאַרפֿן האָבן מער לימוד־צײַט, און די פֿאַר װעלכע לערנען איז גרינג דאַרפֿן געמוטיקט װערן זיך צו לערנען מער. די װאָס שטײען אין געפֿאַר פֿון פֿאַרלאָזן די שול פֿריצײַטיק אָן קײן קװאַליפֿיקאַציעס דאַרפֿן גײן אין שול במשך שול־װאַקאַציעס.

מער אָרדענונג צו דערמעגלעכן רואיקע אַרבעט־באַדינגונגען

הײַנט זענען שולן צו אומרואיק און אומזיכער. שולן דאַרפֿן כללים פֿון אױפֿפֿירונג און קלאָרע נאָכפֿאָלגן פֿאַר די װאָס שטערן אַנדערע תלמידים. לערערס דאַרפֿן מחליט זײַן אין קלאַסצימער און האָבן אַ קלאָרן מאַנדאַט כדי אָנצוהאַלטן אָרדענונג אױף די לימודים. בלױז דאַן װעלן תלמידים קענען קאָנצענטרירן און זיך פֿילן פֿאַזיכערערט.

אינטעגראַציע־פּאָליטיק װאָס מאַכט אַ סוף צו אױסשליסונג

מיר האָבן פּאָליטיקן װאָס האַנדלען מיט אינטעגראַציע, פֿאַרזיכערן אַז מער אױסגעשלאָסענע מענטשן זאָלן לערנען שװעדיש, אַרײַגײן אין דעם אַרבעטסמאַרק און װערן אַ טײל פֿון דער געזעלשאַפֿט. יעדער בירגער פֿון אונדזער לאַנד, נײַער און אַלטער, האָט דאָס רעכט צו װאױנען אין אַ זיכערער געגנט.

פֿאָקוס אױף דער שװעדישער שפּראַך

די שװעדישע שפּראַך איז דער שליסל אַרײַנצוקומען אין דער שװעדישער געזעלשאַפֿט. מיר װילן זען שפּראַך־קינדערגערטנער פֿאַר נײַ־אָנגעקומענע און שפּראַך־טעסטן פֿאַר בירגערשאַפֿט. מער מענטשן זאָלן קענען לערנען שװעדיש אױף דער אַרבעט, און נײַ־אָנגעקומענע דאַרפֿן קריגן שװעדישע און ציװילע בילדונג פֿון זײער ערשטן טאָג אין שװעדן. עס איז אוממעגלעך צו פֿאַרװאַלטן אינטעגראַציע אָן קײן פֿאָקוס אױף דער שװעדישער שפּראַך.

יעדער אײנער װאָס קען אַרבעטן דאַרף אַרבעטן

מען דאַרף מער פֿאַכקורסן פֿאַר די יונגנטלעכע און נײַ־אָנגעקומענע. מיר גלױבן אַז עס איז בעסער מען זאָל קריגן די ערשטע שטעלע מיט אַ ביסל קלענער געהאַלט װי װאױנען אױף בענעפֿיטן. יעדער אײנער זאָל האָבן די מעגלעכקײט צו האָבן אַרבעט, פֿאַרדינען זײער אײגענעם געלט און בײַשטײַערן צו דער געזעלשאַפֿט.

אַנטשלאָסענע האַנדלונג קעגן קולטור פֿון כבוד

אונטערדריקונג אױפֿן סמך פֿון כבוד װירקט אױף טױזנטער מײדלעך און יִינגלעך. בילדונג און געזונטהײט־באַדינונג דאַרפֿן קענען בעסער באַקעמפֿן אונטערדריקונג אין נאָמען פֿון כבוד. די ליבעראַלן װילן זען אַ פֿולשטענדיקע פֿאַרבאָטונג פֿון חתונות צװישן קינדער און דערװאַקסענע און צװישן שװעסטערקינדער, װי אױך שטרענגערע שטראָפֿן פֿאַר די װאָס באַגײען כבוד־פֿאַרברעכנס.

מער ליבעראַלע פּאָליטיקן

טעכנאָלאָגישע לײזונגען צו ראַטעװען דעם קלימאַט. מיר גלױבן אַז נײַע טעכנאָלאָגיע און אינאָװאַציע זענען דער שליסל צום פֿאַרװאַלטן קלימאַט־אַדאַפּטאַציע. מיר װילן אױפֿבױען נײַע נוקלעאַרע קראַפֿט און מיר גלױבן אַז פֿאַרפֿעסטיקונג דאַרף קאָסטן.

פֿאַרמינערן שטײַערן אױף אַרבעטן. עס דאַרף זיך לױנען צו אַרבעטן און שטודירן. מיר דאַרפֿן פֿאַרמינערן שטײַערן כדי פּשוטע מענטשן זאָלן קריגן מער אין זײערע טאַשן. עס מוז זיך תמיד מער לױנען צו אַרבעטן װי צו װאױנען אױף בענעפֿיטן.

יאָ צו אײראָפּע. מיר גלױבן אַז די הײנטיקע פּראָבלעמען קענען מיר לײזן נאָר אינאײנעם. האַנדלען מיט טראַנסנאַציאָנאַלע פּראָבלעמען אין די געביטן פֿון קלימאַט און מיגראַציע, װי אױך קלימאַט־ענדערונג, פֿאָדערט מער מיטאַרבעט צװישן אײראָפּעיִשע לענדער.

מען מוז אָפּהיטן פּערזענלעכע הילף. מיר זענען שטאָלץ אַז מיר האָבן אײַנגעפֿירט דאָס רעכט צו פּערזענלעכער הילף פֿאַר די מענטשן װאָס נױטיקן זיך אין איר. איר דאַרפֿט האָבן דאָס רעכט צו אײַער אײגענעם לעבן און אײַער אײגענער פֿרײַהײט, נישט קוקנדיק אױף דעם צי איר דאַרפֿט הילף אין אײַער טאָג־טעגלעכן לעבן צי נישט.